דער וווינונג־פֿאַרמיטלער – אַזוי טוט מען

דער וווינונג־פֿאַרמיטלער איז אַ קאָמונאַלע פֿירמע וואָס אַרבעט מיטן פֿאַרמיטלען וווינונגען פֿון סײַ קאָמונאַלע, סײַ פּריוואַטע פֿאַרמאָגערס אינעם גאַנצן שטאָקהאָלמער שטח. מיר פֿאַרמיטלען אַן ערך 20000 וווינונגען אַ יאָר, אָבער מיר בויען ניט קיין הײַזער און פֿאַרמאָגן ניט קיין וווינונגען.

דער וווינונג־פֿאַרמיטלער – אַזוי טוט מען

בײַם וווינונג־פֿאַרמיטלער קען מען זוכן וואַקאַנטע דירות אינעם שטאָקהאָלמער שטח. מע צעטיילט די דירות לויט אַ ריי־סיסטעם באַזירט אויף דער צײַט אין ריי. כּדי צו קענען אַפּליקירן אויף אַ וווינונג מוז מען זיך רעגיסטרירן אין דער וווינונג־ריי.

ווער קען זיך רעגיסטרירן אין דער וווינונג־ריי?

יעדער איינער וואָס איז אַם ווייניקסטנס 18 יאָר אַלט און האָט אַ שוועדישן אידענטיפֿיקאַציע־נומער (personnummer) אָדער קאָאָרדינאַציע־נומער (samordningsnummer) קען זיך פֿאַרשרײַבן אין דער וווינונג־ריי. ס׳מאַכט ניט אויס וווּ מע וווינט אָדער צי מע האָט שוין אַ וווינונג. ווען מע האָט זיך פֿאַרשריבן ווערט מען אײַנפּלאַצירט אין ריי. דערנאָך קען מען אַפּליקירן אויף דירות און מעלדן אינטערעס אין געוויסע וווינונגען. ס׳קאָסט 200 קרוינען א יאָר כּדי צו שטיין אין ריי.

פֿאַרשיידענע מינים וווינונגען

דער וווינונג־פֿאַרמיטלער האָט אַ סך פֿאַרשיידענע מינים דירות. ס׳רובֿ דירות זענען צוטריטלעך צו אַלע אין ריי, אָבער מע האָט רעזערווירט געוויסע דירות פֿאַר ספּעציפֿישע גרופּעס.

סטודענט־דירות: פֿאַר זיי וואָס שטודירן בײַ אַן אוניווערסיטעט אָדער פֿאַכשולע.

יוגנט־וווינונגען: פֿאַר זיי וואָס זענען צווישן 18 ביז 25 יאָר.

עלטער־וווינונגען: פֿאַר זיי וואָס זענען אַם ווייניקסטנס 55 יאָר אַלט.

קורץ־טערמיניקער קאָנטראַקט: אַ קאָנטראַקט מיט באַגרענעצונגען וואָס איז שייך וווינונג־צײַט. טאָמער קריגט מען אַ קורץ־טערמיניקן קאָנטראַקט, וועט מען נאָך אַלץ אויפֿהיטן זײַן פּלאַץ אין ריי.

צו זײַן אַקטיוו אינעם זוכן אַ וווינונג

מע מוז אַליין זוכן די פֿרײַע וווינונגען וואָס ווערן אַנאָנסירט אויף אונדזער וועבזײַטל. אין יעדן אַנאָנס געפֿינט זיך פּרטים וועגן דער וווינונג און די טענות פֿונעם בעל־הבית. ווען מע איז אַרײַנלאָגירט, קען מען תּקיף מעלדן זײַן אינטערעס אין אַ דירה דורכן אַנאָנס. וואָס מער אַקטיוו מע איז, אַלץ גרעסערע איז די מיגלעכקייטן צו באַקומען אַ וווינונג.

ווי לאַנג וועט עס דויערן פֿאַרן באַקומען אַ וווינונג?

ווי לאַנג מען מוז וואַרטן אויפֿן באַקומען אַ דירה איז אָפּהענגיק פֿון עטלעכע פֿאַקטאָרן, ווי למשל וווּ איר ווילט וווינען און וויפֿל דירה-געלט איר זענט גרייט צו צאָלן. די דורכשניטלעכע וואַרט-צײַט איז 9 יאָר, אָבער עס קען זײַן סײַ קירצער, סײַ לענגער. אָפֿט מאָל איז די וואַרט-צײַט לענגער פֿאַר וווינונגען אין די צענטראַלע טיילן שטאָקהאָלם אָדער אין די נאָענטע שטחים, אין פֿאַרגלײַך מיט די שטחים ווײַטער פֿון דער שטאָט.

פּריאָריטעט: טאָמער האָט מען שטאַרקע מעדיצינישע אָדער סאָציאַלע סיבות, קען מען אַפּליקירן אויפֿן פֿאָרויסגיין אין ריי. אָבער, נאָר אַ קליין טייל אַפּליקאַנטן אויספֿילן די פֿאָדערונגען כּדי צו באַקומען אַזאַ פּריאָריטעט.

אַזוי באַקומט מען אַ וווינונג

דאָ איז אַ וועגווײַזער וואָס ווײַזן, טריט בײַ טריט, וואָס מע מוז טאָן כּדי צו באַקומען אַ וווינונג דורך אונדז. כּדי צו קענען אַפּליקירן אויף אַ דירה, מוז מען זיך קודם רעגיסטרירן אַלס אַ וווינונג-זוכער. מע רעגיסטרירט זיך אויף אונדזער וועבזײַטל און מע דאַרף ניצן דיגיטאַלישע לעגיטימאַציע. טאָמער האָט מען ניט קיין מעגלעכקייט צו ניצן דיגיטאַלישע לעגיטימאַציע, קען מען זיך שטעלן אין פֿאַרבינדונג מיט אונדזער קונים־באַדינונג, וואָס וועט העלפֿן מיטן רעגיסטרירן זיך.

אַפּליקירן אויף אַ דירה

מע געפֿינט אַליין פֿרײַע וווינונגען דורך די אַנאָנסן אינעם אָפּטייל "פֿרײַע וווינונגען" (Lediga bostäder) אויף אונדזער וועבזײַטל. דאָרט קען מען פֿילטרירן די זוכונג לויט פֿאַרשיידענע קריטעריעס, כּדי צו זען נאָר די וווינונגען וואָס מע איז פֿאַראינטערעסירט מיט זיי. כּדי צו מעלדן זײַן אינטערעס אין אַ וווינונג, מוז מען זיך אַרײַנלאָגירן. אונטער "מײַנע זײַטלעך" (Mina sidor)קען מען פֿאָלגן וואָס געשען מיט אײַער אַפּליקאַציעס. דירות ווערן געוויינטלעך אַנאָנסירט אין משך פֿון 3–7 טעג.

גיין צו אַ ווײַזונג און באַשטעטיקן דעם אינטערעס

טאָמער, געהערט מען צו זיי מיט דער לענגסטער צײַט אין ריי צווישן די אַפּליקאַנטן, באַקומט מען אַ פֿאַרבעטונג זיך צו באַטייליקן אויף אַ ווײַזונג פֿון דער דירה, נאָך דעם וואָס די צײַט צו אַפּליקירן איז פֿאַרבײַ. עטלעכע בעל־הביתּים פֿאָדערן אַז מע האָט געזען די דירה פֿאַר דעם וואָס מע שרײַבט אַ קאָנטראַקט. דערפֿאַר איז עס וויכטיק דורכצולייענען די טענות פֿאַר דער דירה וואָס מע איז פֿאַראינטערעסירט מיט איר.

נאָך דער ווײַזונג דאַרף מען באַשטעטיקן צי מען איז ווידער פֿאַראינטערעסירט מיט דער וווינונג. דער גרינגסטער אופֿנים דאָס צו טאָן איז דורך "מײַנע זײַטלעך" (Mina sidor)וווּ מע ענטפֿערט יאָ אָדער ניין. צומאַל קען מען באַקומען עטלעכע ברירות, בפֿרט ווען ס׳קומט צו נײַ־געבויטע וווינונגען. דאַן מוז מען אַרײַנשרײַבן זײַן פּריאָריטעט. די לעצטע צײַט צו ענטפֿערן שטייט אויף דער ווײַזונג־פֿאַרבעטונג.

גיב אַכט: עטלעכע בעל־הביתּים באָטן ניט אָן קיין ווײַזונג. אויב אַזוי מוז מען באַשליסן צי מע וויל יאָ די וווינונג לויט דער אינפֿאָרמאַציע אין דעם אַנאָנס.

וווינונג-אָנבאָט און צײַגעניש

טאָמער, פֿילט מען אויס די פֿאָדערונגען פֿון דעם בעל־הבית און האָט די לענגסטע צײַט אין ריי, באַקומט מען אַ וווינונג-אָנבאָט מיט אינסטרוקציעס וועגן וואָס צו ווײַטער טאָן. דאַן, מוז מען אַרײַנשיקן אַ צײַגעניש וואָס באַשטעטיקט זײַנע אינפֿאָרמאַציעס. דערפֿאַר, מוז מען זיך זאָרגן מיטן דערהײַנטיקן די פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציעס אויף "מײַנע זײַטלעך" (Mina sidor) (קאָנטאַקט-אינפֿאָרמאַציע, לוין, אַרבעטגעבער, אאַז"וו).

שרײַבן אַ קאָנטראַקט

ווען מע האָט אַרײַנגעשיקט דאָס צײַגעניש און איז באַשטעטיקט געוואָרן פֿון אונדז, וועלן מיר שיקן אײַערע אינפֿאָרמאַציעס צום בעל־הבית און פֿירלייגן און פֿירלייגן אַז איר זאָלט קענען דינגען די דירה. אויב דער בעל־הבית וועט איר באַשטעטיקן, קענט איר שרײַבן אַ קאָנטראַקט.

ווען דער קאָנטראַקט איז אונטערגעשריבן, ווערט אײַער צײַט אין דער ריי נוליפֿיצירט, אָבער איר בלײַבט אויטאָמאַטיש אין דער ריי אַזוי לאַנג ווי איר באַצאָלט די יערלעכן אָפּצאָל. ס׳טרעפֿט זיך דאָך אַז איר קענט אויפֿהאַלטן אײַער צײַט אין ריי. דאָס גילט ווען ס׳קומט צו איינער פֿון די פֿאָלגנדיקע וווינונג-טיפּן:

• עלטער־וווינונג

• סטודענט-דירה

• יוגנט-וווינונג

• קורץ־טערמיניקער קאָנטראַקט

מײַנע זײַטלעך (Mina sidor)

אויף "מײַנע זײַטלעך" (Mina sidor)קענט איר זען די וווינונגען וואָס איר האָט געמאָלדן אינטערעס אין זיי. דאָרט געפֿינט איר אויך אינפֿאָרמאַציע וועגן אײַער צײַט אין ריי און דעם יערלעכן אָפּצאָל, דערצו קענט איר דערהײַנטיקן אײַערע פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציעס. כּדי צו קומען צו "מײַנע זײַטלעך" (Mina sidor) מוזט איר זיך אַרײַנלאָגירן.

אַרײַנלאָגירן

דער גרינגסטער און זיכערסטער אופֿנים אויף וואָס צו אַרײַנלאָגירן, איז מיט אַ דיגיטאַלישער לעגיטימאַציע (BankID אָדער Freja eID+). אויב איר האָט נישט קיין דיגיטאַלישע לעגיטימאַציע, קענט איר שאַפֿן אַ קאָנטע מיט אַ בליצפּאָסט-אַדרעס און אַ פּאַראָל.

קאָנטאַקט-אינפֿאָרמאַציע

קונים־באַדינונג

טעלעפֿאָן: 08-785 88 30
בליצפּאָסט: kundservice@bostad.stockholm.se

אַדרעס

Bostadsförmedlingen i Stockholm AB
Box 7026
Stockholm-Globen 121 07